StatCounter



Tuesday, May 24, 2011

אידישע באשרײבונג

מיטן רעכטן פיס!
אויסטערלישער סוקסעס ביי ערשטער
"אינספיראַציע-סעמינאַר"
 דורך ניי-געגרינדעטע
 JCCSG
 אָרגאַניזאציע פאַר היימישע קראָונס ליידענדע העכער אַלע ערוואַרטונגען
נאנט צו 250 באטייליגטע אַנטפאַנגען מיט אָפענע אָרעמעס גרינדונג פון געוואונטשענע אָרגאַניזאַציע פאַר "קראָונס און קאָלייטעס" ליידענדע - פרישע סעמינאַרן געפלאַנט בעז"ה איבער גרעיטאר ניו יארק


וויליאמסבורג. – דער זעלטענער שפאנונג און אינטערעסע וואס האט ארומגענומען דעם ברייטן ציבור תושבי וויליאמסבורג - זיך גרייטנדיג צום היסטארישן און ערשטמאליגן "אינספיראציע סעמינאר" – געווידמעט פאר "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע – האט קיינעם נישט אנטוישט!...

דער העכסט אינפארמאטיווער אווענט איז אראנדזשירט געווארן דורך די ניי-געגרינדעטע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע
 “Jewish Crohn's & Colitis Support Group (JCCSG)”
(דזשואיש קראונס-קאלייטעס סופפארט גרופ)
 און איז אראפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם דינסטאג פר' בחוקותי העעל"ט אינעם בארימטן "פארקעיר מעדיקל צענטער" אין וויליאמסבורג, מיטן באטייליגונג פון אן ערך פון צוויי הונדערט און פופציג היימישע קראונס-ליידענדע, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט מלא חיזוק, און פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע ברודער און שוועסטער וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין 'מלומדי מלחמה' וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו

אבער בעפאר מיר באציען זיך צום העכסט-סוקסעספולער אווענט – וואס האט געדינט אלס א קוואל פון חיזוק, הדרכה, און ייעוץ פאר אזויפיל היימישע ברוקלינער אידן - איז ווערד אז מיר זאלן זיך קודם ווידמען עטליכע שורות און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די וואונדערליכע נייע ארגאניזאציע וועלכע האט גענומען פאר ציהל אין לעבן ארויסצוהעלפן דעם היימישן ציבור מיטן ברייט-פארשפרייטער געזונטהייט-צושטאנד וואס רופט זיך: "קראונס\קאלייטעס"

"קראונס און קאלייטעס"; מה זה?

דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז גורם אז די קושקע\פארדייאונגס-סיסטעם פונעם מענטש זאל ווערן אינפלעימד (אינפעקטעד) און די רעזולטאט דערפון איז אז מען שפירט שטארקע
בויך-ווייטאגן, א.ד.ג

דער נאמען "קראונס" איז געשאפן געווארן נאכדעם וואס א בארימטער דר. בורריל קראון האט פובליצירט א בוך אין יאר 1932 למס', וואו ער האט געשילדערט די גענויע דעטאלן פון די שוין-היינט-באקאנטע געזונטהייט-פראבלעם "קראונס" און די זייער-ענליכע "קאלייטעס", וואס איז צומאל שווער אנצוצייגן א דיפערענץ צווישן די צוויי

היות עס איז דערווייל נאכנישט פארהאן קלארער און באשטימטער מעדעצין מטעם די חוקי הרפואה וואס טוט "גענצליך אויסהיילן" דעם דיסארדער, דעריבער ווערט עס טיילווייז באגלייט מיט מעדיצין; נאטורליכע דייעטעס; א.א.וו

ביי טייל מענטשן קלאפט עס אויס אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן, דורכן גורם זיין שטארקע יסורים. ווידער ביי אנדערע קומט עס בלויז ארויס מזמן לזמן, און עס איז בלויז אומבאקוועם אבער נישט פיינפול

נעמענדיג אין באטראכט אז די רעזולטאטן פונעם דעסארדער זענען פארשידנארטיג ביי יעדן איינעם, און דער אופן וויאזוי מען באגלייט עס און מ'באהאנדלט עס איז אויך פארשידנארטיג, איז א פארשטענדליכע זאך אז עס פאדערט זיך א שטארקע באזע וועלכע זאל זיין בייהילפיג א יעדן קראונס-ליידענדער מיט ייעוץ, הדרכה, אנווייזונגען, חיזוק, און בעיקר אינפארמאציע פון איינעם צום צווייטן, וויאזוי ער\זי האט עס באהאנדלט על צד היותר טוב, און געשפאנט פאראויס מיטן טאג טעגליכן לעבן, אן דעם וואס דער געזונט-צושטאנד זאל אפעקטירן\קאנטראלירן דעם טעגליכן הלוך ילך

איבערהויפט איז עס גילטיג ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז דער פראבלעם פארשפרייט "דריי מאל מער" ווי ביי אלגעמיינע אנדערע – אידישע און להבדיל נישט-אידישע – גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס\מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע

אט דער פאקט אז גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופפארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע\ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן

די ישועה און הילפס-ברעט: JCCSG !

אין די לעצטערע יארן – זינט עס האבן זיך געשאפן א שטארקער פאזיטיווער באוועגונג ביים היימישן ציבור נישט אויסצובאהאלטן קיין אינפארמאציע איינער פונעם צווייטן; א שטייגער ווי: די וואונדערבארע ארגאניזאציע "רעים מתוקים" פון הרב הערשל מייזליש שליט"א וועלכע איז אויסטערליש-סוקסעספול און נוצבאר פאר פילצאליגע היימישע "דייעביטיס" ליידענדע – האט זיך אויך אנגעהויבן הערן א שטארקער פארלאנג פון היימישע "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע, וועלכע האבן געפרעגט: למה נגרע? פארוואס זאלן מיר נישט האבן צו וועמען זיך צו ווענדן? פארוואס זאלן מיר נישט האבן וועמען צו פרעגן אונזערע ספיקות און שאלות? פארוואס זאלן מיר נישט האבן פון וועמען צו נעמען הדרכה און אנווייזונגען וויאזוי צו שפאנען פאראויס און זיך קאנטראלירן אן קיין אומאנגענעמליכקייטן? פארוואס זאלן מיר נישט ערמעגליכט ווערן זיך צו באקענען מיט געניטע דאקטורים און מומחים וועלכע קענען אונז בייהילפיג זיין אין דעם געביט?

און דער היסטארישער מאמענט איז ב"ה אנגעקומען! מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז באשלאסן געווארן צו פארמירן א לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען
"JCCSG"
, ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל דינען אלס "סופפארט גרופע" אין אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "געבורטסטאג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק; און אלע האבן אויסגעשריגן, כולם כאחד: "החייתנו! איר האט אונז מחי' געווען!".

ג' בחוקותי: "אינספיראציע-אווענט"

"מיטן רעכטן פיס!" איז דער פאסיגסטער אויסדרוק אויפן העכסט-געלונגענעם אווענט, וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם דינסטאג פר' בחוקותי אינעם פראכטפולן און בארימטן "פארקעיר העלטה צענטער" אין וויליאמסבורג – וועלכע האבן בחפץ לב אויפגעעפנט זייערע טויערן און אוועקגעשאנקען דעם גרויסן צענטער פאר אזא לעבנסוויכטיגער פראיעקט

איינע פון די אורזאכן וועלכע האבן גורם געווען אז דער אווענט איז געווארן א געלעגנהייט וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן, איז געווען דער ספעציעלער אויפטריט פונעם בארימטן אידישער געסטראו-ספעציאליסט און קאלאמביע-אונעווערסיטי-פראפעסאר דר. דזשעפרי בן-צבי, וועלכער האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיט די היימישע קאמיוניטי דורך זיינע וועכנטליכע באזוכן אינעם "פארקעיר העלטה צענטער" אין וויליאמסבורג

די רעדע פון דר. בן-צבי האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, איבערהויפט דעם היימישן ציבור וועלכע האבן שוין אומצאליגע מאל גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און דער דאקטער האט טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, א שטייגער ווי: די סימפטאמען; דיאגנאזעס; א.א.וו.

ס'איז גלייכצייטיג געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פארן דאקטער פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און דער דאקטער האט דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען

דאן האט דער ברייטער ציבור – פון נאנט צו 250 באטייליגטע – געהאט די געלעגנהייט צו הערן אן אינפארמאטיווער שמועס פונעם חרד'ישן נוטרישאניסט הרב אליעזר גרובער הי"ו, וועלכער האט בארירט – אויפן שפיץ גאפל – וואספארא ראלע "דייעטעס" שפילט אינעם טאג טעגליכן לעבן פון א "קראונס" ליידענדער, און דערביי האט ער בארייכערט די ידיעות פונעם ציבור וויאזוי מען באגייט זיך דערמיט

דער קלימאקס פונעם אווענט איז געוויס געווען די דרשה נפלאה פון הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א, פון די בארימטע משפיעים ומגידים בעיר מאנסי יע"א, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור באטייליגטע מיט א "תורה'דיגן און פראקטישן בליק" אויף אזא מצב, און זייענדיג נאנט באקאנט מיט די דעטאלן און פאקטן פון "קראונס און קאלייטעס" האט דער חשובער משפיע שליט"א עלעקטעריזירט די באטייליגטע, שילדערנדיג וויאזוי עס דארף אפעקטירן דעם מענטשנ'ס לעבן על כל אורך הדרך

אכסניא פונעם אווענט: "פארקעיר העלטה צענטער"

מטעם די חשובע ארגאניזירער פונעם אווענט איז אויסגעדרוקט געווארן א הארציגן יישר כח פאר די חשובע בעלי בתים נכבדים שיחיו פונעם בארימטן "פארקעיר העלטה צענטער" וועלכע האבן בחפץ לבם אוועקגעשאנקען דאס פלאץ פאר אזא לעבנסוויכטיגער פראיעקט, און זענען צוגעשטאנען מיט הילף און עסקנות דורכאויס דעם גאנצן אווענט בלי תשלום גמול

גלייכצייטיג האט דער געלעגנהייט געדינט אלס א פאסיגע צייט זיך צו באקענען מיטן פראכטפולן "פארקעיר העלט צענטער", וועלכע איז א הערליכער פראכטפולער בנין, גענצליך אויסגעשטאטעט און צוגערישט מיט אלע נויטיגע עקוויפמענטס; און אהערגעשטעלט מיט די מאדעניזירסטע געצייג, די נייעסטע מאדעלן העכסט סאפיסטיקירטע עקוויפמענט; עקסטערע באקוועמע מענער און פרויען אפטיילונגען; אויסגערופענע בארימטע דאקטורים, מומחים און ספעציאליסטן, און אלע אנדערע סערוויסעס, פון וועלכע די וויליאמסבורגער איינוואוינער געניסן מיט באגייסטערונג

עס איז אויסגעדרוקט געווארן אנטשולדיגונג פאר די חשובע פילצאליגע באטייליגטע וועלכע האבן נישט געהאט קיין פלאץ צו פלאצירט ווערן אינעם פול-געפאקטן זאל, דער ציבור איז געווען העכער אלע ערווארטונגען, און עס איז נישט מעגליך געווען זיך אפצוגעבן מיט יעדן איינעם באזונדער ווי עס פאסט זיך

*
לויטן איצטיגן פלאן און באגלייט מיט פיל סייעתא דשמיא און זעלטענע הצלחה ביז אהער, וועט בעז"ה בקרוב אפגעהאלטן ווערן פרישע סעמינארן אויף דעם שטייגער אויך אין אנדערע צענטער איבער גרעיטאר ניו יארק, וואו עס וועט צוגעשטעלט ווערן אויף א ברייטערן פארנעם, זיך רעכענדיג מיטן ריבוי העם בליעה"ר וועלכע שטראמען פון אלע ריכטונגען

תושבי ברוקלין זענען העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און זיי וואונטשן זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער, אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס און זיך אנצושליסן אינעם "סופפארט גרופע" רופט אריין אויף 347-450-0274

ותשועה ברוב יועץ





Monday, May 23, 2011

And.. we're already after the event...!

Hi everyone,

As the attendees can say that better than us, the event was a smashing success! A jammed packed full house! As of now we’re still updating our system with all the info we got from all the heroic people who came out to support us & them. But we’ll be back soon.

Stay tuned for our full updates!

If you have anything to add feel free to email us @ jccsgb@gmail.com or to call us anytime on 347-450-0274 also you can leave us a comment here. Remember: we still respect your will & you can stay anonymous!

Monday, May 16, 2011

In the News... on VosIzNeias.com

Williamsburg, NY - Brooklyn Event to Highlight Gastrointestinal Disorders -- VosIzNeias.com


Williamsburg, NY - A free informational event to be held by the Jewish Crohn’s and Colitis Suport Group on Tuesday May17th in Williamsburg will discuss Crohn’s Disease, Ulcerative Colitis and Irritable Bowel Syndrome.  Sponsored by the Crohn’s and Colitis Foundation of America, the evening will focus on support, inspiration, knowledge and awareness of these conditions which are prevalent within the Ashkenazi Jewish community.

The event will take place at 8:30 PM at the ParCare Health and Medical Center at 445 Park Avenue and will address causes, symptoms, diagnosis of these diseases and the effects of diet and stress on these conditions.  Featured speakers will be Gastroenterologist Dr. Jeffrey Ben-Zvi, Associate Professor of Clinical Medicine at Columbia University and Certified Nutritionist Eliezer Gruber.

The Jewish Crohn’s and Colitis Support was founded in 2010 by a group of sufferers with the goal of educating the Orthodox Jewish community about these chronic and, as yet, uncurable condition, which if left untreated can lead to life threatening complications.

“Because a cure for these conditions is not yet known, one has to learn how to live with the complications that occur with the disease,” said Joel, founder and executive director of the Jewish Crohns and Colitis Suport Group. “Support groups are important for those suffering from this painful condition.  It is so easy to feel all alone, but our support group has already made a difference for many sufferers.”

For more information contact the Jewish Crohn’s and Colitis Support group at 347-450-0274 or at jccsgb@gmail.com.

Thursday, May 12, 2011

In the News... on iVeltcom

הודעהדורך צייטליך » דאנערשטאג מאי 12, 2011 2:48 pm

עס האט זיך אין די פארגאנגענע וואכן געפענט א נייע ארגענעזאציע מיטן נאמען
JCCSG Jewish Crohn's & Colitis Support Group

די ארגענעזאציע האט זיך געפענט כדאי צו גיבן חיזוק און עדווייס פאר "קראונס" ליידענדע מענטשן ביי אונזער היימישער ציבור. (וואס לויט ווי א לעצטיגע שטודיע צייגט האבן די אשכנזים 2 צו 3 מאל מער אזויפיל ליידענדע ווי אנדערע סעקעטע'ס) די סיבה פארוואס עס איז אזוי וויכטיג געווען די גרינדונג דערפון איז וויבאלד די אלע מענטשן ביים היימישן ציבור וואס ליידן דערפון האבן – פאר סיי וועלעכע סיבה – דאס פראבירט צו באהאלטן פון אנדערע און קיינער האט נישט דערציילט אדער גערעדעט דערוועגן וואס אין רעזולטאט האט מען נישט געקענט אנפרעגן ביי קיינעם פאר הילף, עיצות און הדרכות.

די וואס טוען דעראון ווייסן צו זאגן אז הונדערטער! וויליאמסבורגער איינוואוינער ליידן דערפון און גייען רעגעלמעסיג צו דאקטוירים וכדו', אבער די פאקט איז אז קיינער שעירט נישט קיין אינפארמאציע מיט אנדערע, און ווען עס מאכט זיך אז איינער זיכט עדווייס איבער דאקטוירים וכדו' האט ער נישט צו וועמען זיך צו ווענדען, וויבאלד קיינער רעדט נישט דערפון.

JCCSG
האט זיך דערפאר געגרינדעט, און זייער איינציגע ציל איז א מענטשן זאלן ארויסקומען פון די לעכער און מיטיילן זייערע אינפארמאציע, זייערע סוקסעסען און פארקערט אזוי אז אנדערע זאלן וויסן אויף וועלעכען וועג צוגיין און וואס מ'זאל יא אדער נישט טוען.

דעם קומענדיגער דינסטאג פרשת בחוקותי וועלן זיי האבן זייער ערשטע אווענט אין די "פאר-קעיר" מעדיקעל צענטער אויף פארק עוועניו. עס וועט זיין פאר מענער און פרויען. עס וועלן דארט געהערט ווערן דרשות פון עטליכע דאקטוירים ווי אויך א חשובע רב שליט"א, אזוי אויך וועט זיין א פראגע-און-ענטפער סעסיע.


נאדער זייער אינפארמאציע:
נומער צו ריפן: 347-450-0274
אימעל אדרעעס:
jccsgb@gmail.com
זייער וועב זייטל: http://www.jccsg.blogspot.com/

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=13890&p=421736#p421736
.

Jewish Crohn’s & Colitis Support Group “Education Event” Ad 2

Jewish Crohn’s & Colitis Support Group *Education Event* Update #3

גאסט רעדנער:
דרשה נפלאה ודברי חיזוק
הרב הגאון המפורסם, פה מפיק מרגליות,
הרב רבי בערל טויבער שליט"א
 ר"מ ומשפיע רוחני ב'מאנסי

A Wonderful Drushas Chizuk will be heard by
Harav HaGuan Reb Berl Tauber Shlit"a
Famous Mashpia from Monsey NY

Wednesday, May 11, 2011

Jewish Crohn’s & Colitis Support Group *Education Event* Update #2

2nd Speaker:
Mr. Eliezer Gruber, CN
Educator, Researcher and Founder/Developer of the Nutri-Supreme Research line of supplements
Lectures widely on the role of nutrition in achieving and maintaining optimal health.

Subject: "The Role of Nutrition in Inflammatory Bowel Disease such as Crohn’s Disease and Colitis"

Tuesday, May 10, 2011

Jewish Crohn’s & Colitis Support Group *Education Event* Update #1

1st speker:
Dr. Jeffrey S. Ben-­Zvi, MD, FACP, FACG, AGAF
Assistant Professor of Clinical Medicine
Division of Digestive and Liver Diseases
College of Physicians and Surgeons
Columbia University
Attending Gastroenterologist at St. Luke's-Roosevelt, Beth Israel Medical Centers, and North-Shore-LIJ Lenox Hill Hospital
Member, Medical Advisory Board, Crohns and Colitis Foundation of America (CCFA), NY Region


Subject: "Crohn's & Colitis, What is it? And how is it treated?"