StatCounter



Wednesday, February 22, 2012

אידישע באשרייבונג - דריטע סעמינאר


וחוט המשולש לא במהרה ינתק:
דריטע "חיזוק און אינפאָרמאַציע-סעמינאַר" דורך "JCCSG אָרגאַניזאַציע" פאַר היימישע קראָונס-ליידענדע  ווידער אפגעצייכנט מיט גרויס הצלחה
אווענט געספאנסערט געווארן דורך די וועלט בארימטע "ביקור חולים – קרית יואל"
קרוב צו הונדערט פופציג באַטייליגטע אַנטיילגענומען ביי אינפאָרמאַטיווער סעמינאַר דאנערשטאג פר' משפטים אין זאַל פון "שאפינג סענטער" אין קרית יואל – אווענט געווען אויפן גרויסן פארלאנג פון די קרית יואל'ע איינוואוינער – אויך פיל באטייליגטע פון מאנסי און שיכון סקווירא

קרית יואל. –מיט שפאנונג און אינטערעסע האבן די קרוב צו הונדערט פופציג באטייליגטע אנטיילגענומען אינעם דריטן "חיזוק און אינפארמאציע-סעמינאר" – געווידמעט פאר "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע – וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע  “JCCSG”(דזשואיש קראונס-קאלייטעס סופפארט גרופ).

דער סעמינאר איז אפגעראכטן געווארן -מיט די ברייטע הילף און ספאנסערשיפ פון די וואויל-באקאנטע "ביקור חולים ד'קרית יואל"- דער פארלאפענעם דאנערשטאג פר' משפטים אין זאל פון טעררעס אן פארעסט (שאפינג סענטער) אין קרית יואל, מיטן באטייליגונג פון קרוב צו הונדערט פופציג היימישע קראונס-ליידענדע און משפחה מיטגלידער, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט מלא חיזוק, און פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע ברודער און שוועסטער וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין 'מלומדי מלחמה' וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו.

אבער בעפאר מיר באציען זיך צום העכסט-סוקסעספולער אווענט – וואס האט געדינט אלס א קוואל פון חיזוק, הדרכה, און ייעוץ פאר אזויפיל היימישע אידן - איז ווערד אז מיר זאלן נאכאמאל קודם ווידמען עטליכע שורות און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די וואונדערליכע ארגאניזאציע וועלכע האט גענומען פאר ציהל אין לעבן ארויסצוהעלפן דעם היימישן ציבור מיטן ברייט-פארשפרייטער געזונטהייט-צושטאנד וואס רופט זיך: "קראונס/קאלייטעס".

JCCSG: דער הילפס-ברעט פארן היימישן ציבור!
דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי ביי אלגעמיינע אנדערע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס/מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע.

אט דער פאקט האט גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופפארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע/ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.

מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן א לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען "JCCSG", ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

זינט דער גרינדונג -פאר בערך א צען חדשים צוריק- פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 750 טעלעפאן-רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ארלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר גאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים.

 עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "געבורטסטאג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק; און אלע האבן אויסגעשריגן, כולם כאחד: "החייתנו! איר האט אונז מחי' געווען!".

איבער אלעמען האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט צענדליגע עפיזאדען ווי קריטיש וויכטיג די אווענטן זענען, די פארגאנגענע אווענטן האבן צוזאמען געברענגט נאנטע משפחה און גאר גוטע פריינד נישט וויסענדיג בעפאר אז זיי גייען אויך אדורך מיט די שוועריקייטן, וואס ווי עס פארשטייט זיך אליין איז דאס געווען א געוואלדיגע ישועה, דאס האט געגעבן א גרויסע שטיפ פאר די עסקנים צו גיין ווייטער.

ה' משפטים: "אינפארמאציע-אווענט"
"מחיל אל חיל!" איז דער פאסיגסטער אויסדרוק אויפן דריטן העכסט-געלונגענעם אווענט, וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם דאנערשטאג פר' משפטים אין זאל פון טערעס אן פארעסט (שאפינג סענטער) אין קרית יואל יצ"ו.

דער אווענט איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורכן חשובן יו"ר המעמד האברך מו"ה ר' יואל רובין הי"ו פון קרית יואל, וועלכער האט באגלייט דעם גאנצן פראגראם.

כמעשהו בשני כך מעשהו בשלישי: איינע פון די אורזאכן וועלכע האבן גורם געווען אז דער אווענט איז געווארן א געלעגנהייט וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן, איז געווען מיטן מעלדונג אז דער בארימטן ספעציאליסט דר. דזשעימס דזשאורדש פון מאונט סיני שפיטאל, פונעם אפיס פונעם בארימטן דר. אשר קארנבלאו הי"ו וועלכער איז ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור, וועט ווידער ספעציעל אויפטרעטן, אזוי ווי ער האט שוין אויפגעטרעטן ביי די צווייטע אווענט, מאנטאג פר' תולדות אין זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג.

דער דאקטער איז אויסגערופן געווארן דורך איינעם וואס איז נאנט מיט אים שוין פאר אסאך יארן, דער יושב ראש פונעם ארגענעזאציע, דער אלעמען באקאנטער עסקן למען חולי ישראל הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק וויזניץ מאנסי שליט"א, ונכדו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וואס בלויז אדאנק זיין אקטיווע מיטהילף און כסדר'דיגע לייסטונגען שפאנט די לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע פאראויס מיט הילף פארן היימישן ציבור.

די רעדע פון דר. דזשארדזש האט ווידער געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, איבערהויפט דעם היימישן ציבור וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און דער דאקטער האט טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, א שטייגער ווי: סימפטאמען, דיאגנאזעס, מעדיצינישע היילונג, אלטערנאטיווע היילונג-מיטלען, דייעטעס, א.א.וו.

ס'איז גלייכצייטיג געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פארן דאקטער פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און דער דאקטער האט דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען.

דאן איז דער דאקטער פרעזענטירט געווארן מיט א ספעציעלער פלעק פון JCCSG און ביקור חולים ד'קרית יואל פאר זיינע מעדיצינישע הילף פארן היימישן ציבור, און פארן שטיין צו די רעכטע האנט פון אזא לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע.
דער קלימאקס פונעם אווענט איז געוויס געווען די דרשה נפלאה און געוואלדיגע דברי חיזוק פון הרה"צ המפורסם, פה מפיק מרגליות, נועם בחסד עליון, הרב רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, בן כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור באטייליגטע מיט א "תורה'דיגן און פראקטישן בליק" אויף אזא מצב, און זייענדיג נאנט באקאנט מיט די דעטאלן און פאקטן פון "קראונס און קאלייטעס" האט דער חשובער רב שליט"א עלעקטעריזירט די באטייליגטע, שילדערנדיג וויאזוי עס דארף אפעקטירן דעם מענטשנ'ס לעבן על כל אורך הדרך.
דערנאך האבן די באטייליגטע געהערט פיל פראקטישע עצות פון האברך החשוב ר' חיים יודל גליק הי"ו פון קרית יואל, וואס האט שוין עטליכע יארן עקספיריענס אין דעם ענין.
מטעם די חשובע ארגענעזירער איז אויסגעדרוקט געווארן ברכה מרובה פאר די הנהלה פון די קריטיש וויכטיגע ארגענעזאציע "ביקור חולים ד'קרית יואל", וואס אדאנק זייער אקטיווע מיטהילף און כסדר'דיגע לייסטונגען פאר כלל ישראל איז דער העכסט-געלונגענער סעמינאר צושטאנד געקומען מכח אל הפועל, און זענען ווייטער דא ארויסצוהעלפן די חולי ישראל מיט וואס מעגליך.

*

לויטן איצטיגן פלאן און באגלייט מיט פיל סייעתא דשמיא און זעלטענע הצלחה ביז אהער, וועט בעז"ה בקרוב אפגעהאלטן ווערן פרישע סעמינארן. אויפן זעלבן מוצלח'דיגן שטייגער ווי אין וויליאמסבורג און קרית יואל.
באזונדער ווערט אצינד אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן צוצושטעלן באזונדערע פראגראמען און סעמינארן מיט פילצאליגע אינפארמאציע פאר נשים צדקניות, און באזונדער פאר יונגע קינדער.
דער היימישער ציבור איז העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און וואונטשט זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס אדער זיך אנצושליסן אינעם "סופפארט גרופע" רופט אריין אויף 718-635-2274 אדער  JCCSGB@gmail.com אייער נאמען קען בלייבן אנאנים!
ותשועה ברוב יועץ.

Thursday, February 16, 2012

REMINDER

Hi,
 
This is just a friendly reminder to TONIGHT'S crucial workshop taking place at "The Terrace On Forest", (Shopping Center Hall), 51 Forest Rd., 2nd Floor, Monroe NY 10950, at 8:00pm promptly. 
 
Your presence will greatly enhance the event. Come and be inspired. and please try to be on time so we should be able to start and end on time.
 
We hope to greet you personally

Tuesday, February 14, 2012

CLARIFICATION on the JCCSG Event Feb. 16

A Giten,

We hereby inform you that the third "JCCSG Education & Support Event" to be held in Kiryas Yoel on This Thursday, February 16th, at "The Terrace On Forest", (Shopping Center Hall), 51 Forest Rd., 2nd Floor, Monroe NY 10950, will be for Men and Women (Separate Seating...). 


The Program will start at 8:00pm SHARP! Please be so kind and stick to this time there
by encouraging everything to run timely!

Since we got lots of phone calls and emails of people with this questions due to some unclear advertisements, we would like to ask you to please spread this info to all Patients & their families you know.

Reminder: You can still email or call us with your questions for Dr. George.

We are cordially awaiting your presence!

Wednesday, February 8, 2012

Update: Next JCCSG & Bikur Choilem KJ Event

Hi,

In accordance to our previous confirmation on behalf of our upcoming "Crohn's & Colitis Education & Support Event", we are pleased to fill you in with the details. 

We partnered this convention together with the well-known Bikur Choilem of Kiryas Joel, and will be held in Kiryas Yoel, at  "The Terrace On Forest", (Shopping Center Hall), 51 Forest Rd., 2nd Floor, Monroe NY 10950. Thursday Parshas Mishputim, February 16, 2012.

Due to our overwhelming positive responses, Dr. James George, MD, PH, Gastroenterology, Internal Medicine, Mount Sinai Hospital,(of the well known Dr. Kornbluth, Dr. George, Dr. Legnani office) will enhance our evening once again. His electrifying and informative words truly left the audience mesmerized and injected with vast knowledge in this field.
Followed by a Question & Answer forum! You can call us or email us with your questions. And will try to take some questions live as well. all questions will Iy"h be answered.


Followed by a 'Yiddish' Spiritual speech of the highly respected Harav HaTzadik Reb Yakov Yosef Twersky Shlita, son of the Skver'a Rabbe Shlita.

דרשה נפלאה ודברי חיזוק
הרה"צ המפורסם, פה מפיק מרגליות
רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א
בן כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א

Also we would like to ask you to please spread the word about it (you probably know some people who are not on our mailing list)

For comments and suggestions feel free to contact us anytime by phone or email.

We are awaiting your presence.