StatCounter



Tuesday, January 22, 2013

אידישע באשרייבונג אין די צייטונגן


פערטע "חיזוק און אינפאָרמאַציע-סעמינאַר" דורך 'עול"ם-JCCSG אָרגאַניזאַציע'
 פאַר היימישע קראָונס-ליידענדע ווידער 
אפגעצייכנט מיט גרויס הצלחה

אינפאָרמאַטיווער סעמינאַר פארגעקומען מאנטאג פר' וארא אין "קאנטינענטאל" זאל אין וויליאמסבורג
 אויך פיל באטייליגטע פון בארא פארק, קרית יואל, מאנסי און שיכון סקווירא

אווענט געספאנסערט געווארן דורך "סופרים העלטה פוד סטארס"

וויליאמסבורג. –מיט שפאנונג און אינטערעסע האבן די פילע באטייליגטע אנטיילגענומען אינעם פערטן "חיזוק און אינפארמאציע-סעמינאר" – געווידמעט פאר "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע – וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע 'עול"ם' (ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עים), צו ווי ס'איז באקאנט ביי פולע אלס  “JCCSG(דזשואיש קראונס-קאלייטעס סופפארט גרופ).

דער סעמינאר איז אפגעראכטן געווארן -מיט די ברייטע ספאנסערשיפ פון די ברייט-באקאנטע "סופרים העלטה פוד סטארס"- דער פארלאפענעם מאנטאג פר' וארא אין די "קאנטינענטאל זאלן אין וויליאמסבורג, מיטן באטייליגונג פון א גרויסע ציבור היימישע קראונס-ליידענדע און משפחה מיטגלידער, פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, שיכון סקווירא און קרית יואל-מאנרא, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט מלא חיזוק, און פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע ברודער און שוועסטער וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין 'מלומדי מלחמה' וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו.

אבער בעפאר מיר באציען זיך צום העכסט-סוקסעספולער אווענט – וואס האט געדינט אלס א קוואל פון חיזוק, הדרכה, און ייעוץ פאר אזויפיל היימישע אידן - איז ווערד אז מיר זאלן נאכאמאל קודם ווידמען עטליכע שורות און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די וואונדערליכע ארגאניזאציע וועלכע האט גענומען פאר ציהל אין לעבן ארויסצוהעלפן דעם היימישן ציבור מיטן ברייט-פארשפרייטער געזונטהייט-צושטאנד וואס רופט זיך: "קראונס/קאלייטעס".

עול"ם-JCCSG: דער הילפס-ברעט פארן היימישן ציבור!
דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי ביי אלגעמיינע אנדערע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס/מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע.

אט דער פאקט האט גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופפארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע/ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.

מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן א לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען "עול"ם-JCCSG", ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

זינט דער גרינדונג -פאר בערך א אנדערהאלבן יאר צוריק- פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 1,100 טעלעפאן-רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ערלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר גאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים פון איבער גאנץ אמעריקע.

 עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "געבורטסטאג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק; און אלע האבן אויסגעשריגן, כולם כאחד: "החייתנו! איר האט אונז מחי' געווען!".

איבער אלעמען האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט צענדליגע עפיזאדען ווי קריטיש וויכטיג די אווענטן זענען, די פארגאנגענע אווענטן –וואס די ערשטע צוויי זענען פארגעקומען אין וויליאמסבורג און די דריטע אין קרית יואל- האבן צוזאמען געברענגט נאנטע משפחה און גאר גוטע פריינד נישט וויסענדיג בעפאר אז זיי גייען אויך אדורך מיט די שוועריקייטן, וואס ווי עס פארשטייט זיך אליין איז דאס געווען א געוואלדיגע ישועה, דאס האט געגעבן א גרויסע שטיפ פאר די עסקנים צו גיין ווייטער.

די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויף עטליכע אופנים:
עדיוקעישאן: ווי די געטרייע וואלאנטירן זיצן מיט די ליידענדע צו זייערע משפחות און גייען איבער די קעיס, זיי פשוט אויסצולערנען וואס דאס איז און וואס ס'קען און דארף געטוהן ווערן צו פארגרינגערן די מצב.
הילף: איינער וואס גייט דאס אדורך, אין אנפאנג זיכער ברויכן זיי אסאך הילף, מיט דאקטוירים, עסן, צו מעדיקעישאן. איינע פון די זאכן וואס 'עול"ם' שטעלט צו, איינע פון די מעדיקעישאן'ס וואס געוויסע ליידענדע נעמען דארף מען נעמען אלס אינדזשעקשאן, די ארגענעזאציע האט א וואולאנטיר, א מעמבער אין די חברה הצלה וואס גייט ארום עס געבן פאר די וואס קענען עס נישט אליינס נעמען.
סופפארט: די ארגענעזאציע שטעלט צו סופפארט פאר די חולה ומשפחה סיי ווען, צו מ'איז אינדערהיים, צו אין שפיטאל

ב' וארא: "פערטע אינפארמאציע-אווענט"
"מחיל אל חיל!" איז דער פאסיגסטער אויסדרוק אויפן פערטן העכסט-געלונגענעם אווענט, וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם מאנטאג פר' וארא אין די "קאנטינענטאל, זאלן אין וויליאמסבורג - וועלכע האבן בחפץ לב זיך אהערגעשטעלט און צוגעהאלפן צום סוקסעס פון אזא לעבנסוויכטיגער פראיעקט.

א הארציגן דאנק ווערט טאקע אויסגעדרוקט מטעם די חשובע עסקנים פארן חשובן בעל אכסניא פונעם אווענט הרבני הנכבד מוה"ר יעקב הירש הי"ו מיט זיין בני בית תחי' און די גאנצע סטעף, וועלכער זענען שוין צום צווייטן מאל צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט בכל מה דאפשר.

ר' אלעזר דוד פאלמאן - יו"ר
ווי ביי די פארגאנגענע צוויי אווענטן אין וויליאמסבורג, איז דער אווענט אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורכן חשובן יו"ר המעמד האברך מו"ה ר' אלעזר דוד פאלמאן הי"ו פון בארא פארק, וועלכער האט באגלייט דעם גאנצן פראגראם.

אזוי אויך האט דער חשוב'ער יו"ר אויסגעשמועסט די ענין פון שידוכים, ביי אזא פאל פון קראונס און קאלייטעס, ווי באקאנט איז עס נישט קיין לעבנס-געפאר מחלה, נאר צילוב די אומוויסענקייט פון די מחלה בעפאר האט דאס זייער אסאך געשאדט, אבער נאכדעם וואס די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט געמאכט א שטיקל אויפמערקזאמקייט דערפון, זענען אסאך ליידענדע אויפגעראכטן געווארן.

ווי שוין געוואוינט ביי די פאריגע אווענטן האט די חשוב'ע ארגענעזאציע אלעמאל אראפגעברענגט א גרויסע דאקטער אויפצוטרעטן, און דאס איז טאקע געווען איינע פון די אורזאכן וועלכע האבן גורם געווען אז דער אווענט איז געווארן א געלעגנהייט וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן, מיטן מעלדן אז דער בארימטן ספעציאליסט דר. דזשעימס מעריען פון מאונט סיני שפיטאל, (פונעם די לאנגיעריגע גאר-בארימטע אפיס פונעם אלטוועלטליכע-באקאנטע דר. דעניעל פרעזענט און דר. מארק טשעפמאן) וועלכער איז ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור, וועט ספעציעל אויפטרעטן.

מר. דזשעפרי דזשאוסטן - פרעזידענט CCFA
Mr. Jeffrey Justin, President of the CCFA -  NY Chapter
איידער די רעדע פונעם דאקטער איז קודם אויסגערופן געווארן א גוטער ידיד פון די ארגענעזאציע, מר. דזשעפרי דזשאוסטן, אליינס א איד א שומר תומ"צ, וואס דינט אלס דער פרעזידענט פון די CCFA (קראונס-קאלייטעס פאנדעישאן אף אמעריקע) אין די ניו יארקע טשאפטער.

פאר די דרשה פון מר. דזשאוסטן, איז ער פרעזענטירט געווארן מיט א פלעק דורך די ארגענעזאציע פאר די געטרייע ארבייט וואס די CCFA שטייט כסדר צו הילף צו די ארגענעזאציע.

דערנאך האט מר. דזשאוסטן אראפגעלייגט זיין אייגענע עקספיריענס אלס ליידענדער און אלס שטייענדיג בראש פון אן ארגענעזאציע וואס העלפט אנדערע. און ער האט אויסגערופן דעם דאקטער צו רעדן.

דר. דזשעימס מעריען
 ,Dr. James F. Marion, MD
"IDB - Everything you wanted to know but were afraid to ask..."
די רעדע פון דר. מעריאן האט ווידער געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, איבערהויפט דעם היימישן ציבור וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און דער דאקטער האט טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, א שטייגער ווי: סימפטאמען, דיאגנאזעס, מעדיצינישע היילונג, אלטערנאטיווע היילונג-מיטלען, דייעטעס, א.א.וו.

ס'איז גלייכצייטיג געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פארן דאקטער פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און דער דאקטער האט דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען.

דאן איז דער דאקטער פרעזענטירט געווארן מיט א ספעציעלער פלעק פון עול"ם-JCCSG און פאר זיינע מעדיצינישע הילף פארן היימישן ציבור, און פארן שטיין צו די רעכטע האנט פון אזא לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע.

      נוטרישאניסט יהושע זעלל
Joshua Zell, RD
 "IBD and Nutrition"
דאן האט דער ברייטער ציבור געהאט די געלעגנהייט צו הערן אן אינפארמאטיווער שמועס פונעם  נוטרישאניסט יהושע זעלל, פון קינגסברוק דזשואיש מעדיקעל סענטער, וועלכער האט בארירט וואספארא ראלע "דייעטעס" שפילט אינעם טאג טעגליכן לעבן פון א "קראונס" ליידענדער, און דערביי האט ער בארייכערט די ידיעות פונעם ציבור וויאזוי מען באגייט זיך דערמיט.

הגה"צ זשיבוי רב שליט"א
דער קלימאקס פונעם אווענט איז געוויס געווען די דרשה נפלאה און געוואלדיגע דברי חיזוק פון הגה"צ המפורסם, פה מפיק מרגליות, נועם בחסד עליון, הרב רבי בנציון כ"ץ שליט"א, אב"ד זשיבוי – בארא פארק, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור באטייליגטע מיט א "תורה'דיגן און פראקטישן בליק" אויף אזא מצב, דער חשובער רב שליט"א האט עלעקטעריזירט די באטייליגטע, שילדערנדיג וויאזוי עס דארף אפעקטירן דעם מענטשנ'ס לעבן על כל אורך הדרך.
בין הדברים האט דער חשוב'ער רב שליט"א ארויסגעברענגט אז מ'זעהט טאקע ביי שבת, ימים טובים און יום כיפור ווי מ'איז אייביג מוסף "תוספות שבת צו תוספות יום כיפור", אבער -האט דער רב אויסגעפירט- ביי א מחלה שטייט נישט אין ערגעץ אז מ'דארף מוסף זיין!

גרויס דאנק איז אויסגערופן געווארן פאר די בעלי בתים פון די בארימטע "סופרים העלטה פוד סענטער" וואס האבן מנדב געווען א גרויס חלק פון די קאסטן, וואס דאס איז בנוסף וואס זיי שטייען צו הילף פארן ציבור אין זייערע לאקאציעס אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און לעיקוואד.
*

לויטן איצטיגן פלאן און באגלייט מיט פיל סייעתא דשמיא און זעלטענע הצלחה ביז אהער, וועט בעז"ה בקרוב אפגעהאלטן ווערן פרישע סעמינארן. אויפן זעלבן מוצלח'דיגן שטייגער ווי אין וויליאמסבורג און קרית יואל.

באזונדער ווערט אצינד אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן צוצושטעלן באזונדערע פראגראמען און סעמינארן מיט פילצאליגע אינפארמאציע פאר נשים צדקניות, און באזונדער פאר יונגע קינדער.

מיט פרייד האבן די באטייליגטע אויפגענענומען די נייעס אז 'עול"ם' האפט ארויסצוקומען יעדע שטיק צייט מיט א בראשור אין פארעם פון א צייטונג מיט אינהאלסרייכע ארטיקלען און אינפארמאציע מיטצוטיילן פארן ציבור, וואס דאס וועט בעזהשי"ת זיין א שטארקע דאטא-באזע פאר די פאראייניגטע משפחה וואס גייען אריבער בערך די זעלבע זאך. דער אינפארמעטיווע אויסגאבע וועט זיין באגלייט מיט אינטערוויו'ס מיט דאקטוירים און אנדערע פרעזענדליכקייטן וואס האבן עקספיריענס מיט קראונס און קאלייטעס

דער היימישער ציבור איז העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און וואונטשט זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס אדער זיך אנצושליסן אינעם "סופפארט גרופע" צו ארויפצוגיין אויף די מעילינג ליסטע קען מען אריינרופן סיי ווען אויף 718-635-2274 אדער Info@JCCSG.org אייער נאמען קען בלייבן אנאנים!

ותשועה ברוב יועץ.

No comments:

Post a Comment