StatCounter



Tuesday, April 23, 2013

א פארלוסט פאר די קראונס און קאלייטעס פאמיליע! דר. בן-צבי ז"ל

נעכטן נאכט איז פלוצים נפטר געווארן א גאר חשוב'ע דאקטאר ר' יהושע (בן ר' שמעון דוב הי"ו) בן-צבי ז"ל. באקאנט ביי פילע אלס 
 .אין אינגן עלטער פון 55 יאר Dr. Jeffrey S. Ben-Zvi

דר. בן-צבי איז געווען א גאר בארימטע געסטרא-אינטעראלאדזשיסט דאקטאר, סערווירענדיג פאציענטן וואס ליידן בעיקר אויף די מחלות "קראונס" און "קאלייטעס

ער האט געדינט אלס א געסטראו דאקטער אין די בית ישראל און סט. לוקס שפיטעלער, ווי אויך אלס עסיסטענט פראפעסער אין די קליניקל מעדעצינען דעוויזיע אין קאלאמביע יוניווערסעטי, און א מעמבער פון די עדווייזערי באורד פונעם מאכטפולע ארגענעזאציע 'קראונס ענד קאלייטעס פאנדעישאן אוף אמעריקע'. בעפאר דעם האט ער געדינט אלס דירעקטאר פון די געסטרא און לעבער קליניק אין די לענעקס הילל שפיטאל.

אזוי אויך האט דר. בן-צבי יארן לאנג געדינט אלס "מעדיקעל דירעקטאר" פון די חברה הצלה פון פלעטבוש. און באלד דרייסיג יאר געדינט אלס א געטרייע מעמבער אין די חברה הצלה.

דר. בן-צבי איז געווען אן פרימער ארטאדאקסישע איד א שומר תורה ומצות און א גרויסער תלמיד חכם, יעדע עקסטערע מינוט וואס ער האט אזוי אויך נישט געהאט האט ער אוועקגעגעבן פאר תורה ועבודה וגמילות חסדים. דער דר. האט געהאט א הארץ פון פיטער, זיך איבערגעגעבן פאר זיינע פאציענטן פיר-און-צוואנציג שעה א טאג, סיי מיטן קער נעמען פון זיי, מ'האט אים געקענט רופן סיי ווען און איז אייביג דא געווען ארויסצוהעלפן א צווייטע איד, אזוי אויך אויב האט ער געוויסט פון א פאציענט וואס האט נישט געהאט קיין אינשורענס איז דאס נאכאלץ נישט געווען קיין אפהאלט אים צו סערווירן ביי זיך אין פריוואטע אפיס בחינם, און אפילו געקענט נעמען א פרישע פאציענט, יא! אן אינשורענס!.

אזוי אויך איז ער כסדר געווען פארנומען צו שטודירן פרישע זאכן און מאדיצינען פרובירנדיג אויפצוקומען מיט א היילונג פאר די ליידענדע. לעצטענס האט ער זיך גאר שטארק אריינגעלייגט דערין, און מ'האט געהאפט אז ער וועט עפעס אדורכברעכן, ליידער איז ער צו פרי פארשניטן געווארן.

אין זיינע אינגע יארן ווען ער איז געווען אן אויפשטייגענדע שטערן אין די געסטרא שטודיעס און אלע האבן פאראויס געזאגט אז דא קומט ארויף א גאר גוטע דאקטער און געלונגענע שטודירער, אבער! זיין געוואלדיגע מסירות נפש פאר שמירות שבת און מצות האט אים צוריקגעהאלטן אסאך פאטענציאלע ארבייטס-פלעצער. איינמאל האט ער געדארפט ווערן אויפגענומען אלס הויפט דאקטער אין א שפיטאל און אלס לערער פאר פרישע שטודירער, אבער איז די לעצטע מינוט געווארן אפגעזאגט אלס נישט וועלענדיג רעדן אום שבת ביי א קאנפערענץ!!! ער האט דערויף קיינמאל נישט חרטה געהאט, אדרבה ער איז גאר געווען שטאלץ דערמיט אז ער האט אנגעוואוירן א קעריער אלעס אדאנק אידישקייט!
טראץ דעם איז ער אבער אייביג געווען אויף די העכסטע קאמיטע'ן און כסדר אויפגעטרעטן פאר אנדערע.

פאר צוויי יאר צוריק ווען ס'האט זיך געעפענט די ערשטע אידישע ארגענעזאציע פאר 'קראונס' און 'קאלייטעס' ליידענדע, היינט באקאנט אלס עול"ם -עזרה  JCCSG וחיזוק לחולי מעים, אדער ביי אנדערע אלס 
 Jewish Crohn's & Colitis Support Group 
און די ארגענעזאציע האט געמאכט זייער ערשטע חיזוק און עצות אווענט -ביי פארקעיר העלטה און מעדיקעל צענטער, ווי דר. בן-צבי האט געדינט אלס 'מעדיקעל דירעקטאר'- האט טאקע דער דר. בן-צבי אויפגעטרעטן מיט א גאר אינהאלסטרייכע און אינפארמאטיווע רעדע, וואס האט פארברייטערט די ידיעות פון די אריבער צוויי הינדערט באטייליגטע. און פון דעמאלטס איז ער אייביג געשטאנען צו הילף פונעם ארגענעזאציע מיט סיי וואס ער האט געקענט, בעצה ותשועה, צו מ'האט דריגענד געדארפט האבן א דאקטער.

זיין גוט הארץ און געטריישאפט צו אנדערע וועט אייביג געדענקט ווערן.

יהא זכרו ברוך!



קאווע שטיבל

(אין די צייטונג (מיטן קרעדיט פאר איי-וועלט

No comments:

Post a Comment