StatCounter



Wednesday, November 6, 2013

אידישע באשרייבונג פון אונזער פינפטע אווענט

פינפטן "חיזוק און אינפאָרמאַציע-סעמינאַר" דורך 'עול"ם-JCCSG אָרגאַניזאַציע'
 פאַר היימישע קראָונס-ליידענדע ווידער 
אפגעצייכנט מיט גרויס הצלחה

אינפאָרמאַטיווער סעמינאַר פארגעקומען מאנטאג פר' תולדות אין בארא פארק

דברי חיזוק ביי הגה"צ רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א, רב דקהל היכל התפילה
גאר אינטערסאנטע פאנעל פון דריי העכסט בארימטע דאקטורים פון מאנט סיני אין מיימאנידעס שפיטעלער


בארא פארק. –מיט שפאנונג און אינטערעסע האבן די פילע באטייליגטע אנטיילגענומען אינעם פינפטן "חיזוק און אינפארמאציע-סעמינאר" - געווידמעט פאר "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע - וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע 'עול"ם' (ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עים), צו ווי ס'איז באקאנט ביי פולע אלס  “JCCSG(דזשואיש קראונס-קאלייטעס סופפארט גרופ).

דער סעמינאר איז אפגעראכטן געווארן - אויפן פארלאנג, און נאכן פארשפרעכן פאר די בארא פארק און פלעטבוש ציבור - דער פארלאפענעם מאנטאג פר' תולדות אין די "ספינקא זאל" אין בארא פארק, מיטן באטייליגונג פון א גרויסע ציבור היימישע קראונס-ליידענדע און משפחה מיטגלידער, פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, שיכון סקווירא און קרית יואל-מאנרא, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט מלא חיזוק, און פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע ברודער און שוועסטער וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין 'מלומדי מלחמה' וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו.

אבער בעפאר מיר באציען זיך צום העכסט-סוקסעספולער אווענט - וואס האט געדינט אלס א קוואל פון חיזוק, הדרכה, און ייעוץ פאר אזויפיל היימישע אידן - איז ווערד אז מיר זאלן נאכאמאל קודם ווידמען עטליכע שורות און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די וואונדערליכע ארגאניזאציע וועלכע האט גענומען פאר ציהל אין לעבן ארויסצוהעלפן דעם היימישן ציבור מיטן ברייט-פארשפרייטער געזונטהייט-צושטאנד וואס רופט זיך: "קראונס/קאלייטעס".

עול"ם-JCCSG: דער הילפס-ברעט פארן היימישן ציבור!
דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי אין אלגעמיין ביי אנדערע עטענישע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס/מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע. (אגב: איז "עולם" טאקע שטארק פארמישט אינעם נייעם שטודיע, זיך איבערצוצייגן צו ס'איז טאקע ממש א אידישע מחלה.)

אט דער פאקט האט גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע/ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.

מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן די לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען "עול"ם-JCCSG", ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

זינט דער גרינדונג - פאר בערך א צוויי א האלב יאר צוריק - פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 1,200 טעלעפאן-רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ערלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר גאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים פון איבער גאנץ אמעריקע.

 עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "גרונדונג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק.

איבער אלעמען האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט צענדליגע עפיזאדען ווי קריטיש וויכטיג די אווענטן זענען, די פארגאנגענע אווענטן –וואס דריי דערפון זענען פארגעקומען אין וויליאמסבורג און איינס אין קרית יואל- האבן צוזאמען געברענגט נאנטע משפחה און גאר גוטע פריינד נישט וויסענדיג בעפאר אז זיי גייען אויך אדורך מיט די שוועריקייטן, וואס ווי עס פארשטייט זיך אליין איז דאס געווען א געוואלדיגע ישועה, דאס האט געגעבן א גרויסע שטיפ פאר די עסקנים צו גיין ווייטער.

די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויף עטליכע אופנים:
עדיוקעישאן: ווי די געטרייע וואלאנטירן זיצן מיט די ליידענדע צו זייערע משפחות און גייען איבער די קעיס, זיי פשוט אויסצולערנען וואס דאס איז און וואס ס'קען און דארף געטוהן ווערן צו פארגרינגערן די מצב.
הילף: איינער וואס גייט דאס אדורך, אין אנפאנג געווענטליך ברויך מען זיכער אסאך מער הילף, מיט דאקטוירים, עסן, צו מעדיקעישאן. בפרט איז איינע פון די גאר וויכטיגע זאכן וואס 'עול"ם' שטעלט צו, אז היות די גאר נייע מעדיקעישאן'ס וואס געוויסע ליידענדע דארפן נעמען, דארף מען נעמען אלס אן אינדזשעקשאן, האט די ארגענעזאציע צוגעשטעלט א וואלאנטיר, איינער פון אנגעזעהנע מעמבער'ס אין די חברה הצלה, וואס גייט ארום עס געבן פאר וועם עס איז שווער עס אליינס צו נעמען.
סופפארט: די ארגענעזאציע שטעלט צו סופפארט פאר די באטראפענע אין פאר די ארומיגע משפחה סיי ווען, צו מ'איז אינדערהיים, צו אין שפיטאל
שידוכים: ספעציעל געט זיך עול"ם אפ מיט די עניני השידוכים, פשוט צו באגלייטן טריט און שריט און פארגרינגערן די פאציענטן ווען זיי האלטן ביי זייער גליקליכע באשערטע מינוט, צו איז דאס מיט אינפארמאציע איבערן קרענק פארן צווייטן זייט צו מיטן ארלעדיגן א שנעלע אפוינטמענט ביי א דאקטער אנצופרעגן זייערע פראגעס, אויסצוקלארן די שרעק און געבן קוראזש צו פארענדיגן דעם שידוך.

ב' תולדות: "פונפטע אינפארמאציע אין חיזוק אווענט"
"מחיל אל חיל!" איז דער פאסיגסטער אויסדרוק אויפן פונפטן העכסט-געלונגענעם אווענט, וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם מאנטאג פר' תולדות אין די "ספינקא זאל" אין בארא פארק. ווי ערווענט האבן זיך צום באשטימטן צייט צוזאמגעקומען הונדערטער אידן, מענער און פרויען, זיך מחזק צו זיין איינעם דעם צווייטן און ארויסצוגיין מיט פרישע אינפערמאציע.

ר' אלעזר דוד פאללמאן - יו"ר
ווי ביי די פארגאנגענע דריי אווענטן אין וויליאמסבורג, איז דער אווענט אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורכן חשובן יו"ר המעמד האברך מו"ה ר' אלעזר דוד פאללמאן הי"ו פון בארא פארק, אן אקטיווער באורד מעמבער פונעם 'עול"ם' ארגענעזאציע, וועלכער האט באגלייט דעם גאנצן פראגראם.

אזוי אויך האט דער חשוב'ער יו"ר אויסגעשמועסט די ענין פון שידוכים, ביי אזא פאל פון קראונס און קאלייטעס, ווי באקאנט איז עס ווייט נישט קיין לעבנס-געפאר מחלה, נאר צוליב די אומוויסענקייט פון די היימישען ציבור האט דאס זייער אסאך געשאדט מיט אומזינסטיגע פחדים, אבער נאכדעם וואס די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט געמאכט א שטיקל אויפמערקזאמקייט דערפון, זענען אסאך ליידענדע אויפגעראכטן געווארן.

ווי שוין געוואוינט ביי די פאריגע אווענטן האט די חשוב'ע ארגענעזאציע אלעמאל אראפגעברענגט א גרויסע דאקטער אויפצוטרעטן, און דאס מאל איז עס נאך שטערקער געווען ווען עס איז געמאלדן געווארן איבער די דריי דאקטוירים פאנעל, איבערהויפט אז צום ערשטן מאל איז אראפגעברענגט געווארן א קינדער דאקטער, וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן.

דר. ראבין רחמני
 Dr. Rabin Rahmani, MD
דער ערשטער דאקטער אנצוהייבן דעם אווענט איז געווען א גאר באקאנטע דאקטער פאר די וויליאמסבורג'ער און בארא פארק'ער ציבור, דר. ראבין רחמני, דער דירעקטאר פון עדיוקעישאן און ריסורדזש פאר GI פראבלעמען אין מאימאנעדיס שפיטאל אין בארא פארק, ווי אויך איז ער געווארן א ברייט באקאנטע דאקטער אין די לעצטע פאר יאר זייט ער קומט זעהן פאציענטן אויף א לאקאלן פארנעם און וויליאמסבורג.

 די רעדע פון דר. רחמני האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, איבערהויפט האט דעם היימישן ציבור וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און בעיקר האט דער דאקטער טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, א שטייגער ווי: סימפטאמען, ווען צו גיין צו א דאקטאר, וויאזוי צו מאכן א דיאגנאזעס.

דר. אשר קארנבלוט
 Dr. Asher Arthur Kornbluth, MD
דער צווייטער און די רייע איז געווען דער ריז אונעם פעלד, דער ברייט  בארימטער שליח נאמן וועלכער האט שוין די זכיה געהאט צו היילן טויזענטער יודען, דר. אשר ארטור קארנבלוט פון די מאונט סיני שפיטאל, וועלכע א גאר גרויסער ציבור ניצט אים, אדער זיינע געהילפן אין אפיס, און טאקע דערפאר האט שוין די עול"ם ארגענעזאציע אנגעקניפט גאר שטארקע אין נאנטע באציאונגען מיט זיין אפיס.

די רעדע פון דר. קורנבלוט האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און דער דאקטער האט טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, און האט שטארק אויסגעשמועסט די חלק וויאזוי מ'פרובירט צו קאנטרעלירן די סימפעטאמען, אין אויב עס ראגירט נישט צו די געווענליכע מעדעצינען, און בכלל אלע פארשידענע חלקי המעדעצינען, ווען מען ניצט וואס, און וויאזוי מ'באהאנדעלט עס, אין צום סוף אביסעלע אויסגעשמועסט די פלענער אויף ווייטער וועלכע פרישע מעדעצינען שטייען אויפן טיש צו ווערן אפראוועד מען זאל עס קענען ניצן.

דר. קידט בענקאוף
 Dr. Keith Benkov, MD
דער דריטער אין די רייע, איז געווען דער באוויסטער קינדער דאקטער קידט בענקאוף, דער טשיף אינעם פידיעטריק געסטראענטעראלאדזשי פון מאונט סיני שפיטאל, וואס בלויז מעלדן זיין נאמען ספעציעל פאר עלטערן וואס האבן קינדער וואס גייען דאס ל"ע אדורך האט זיי געשלעפט פון איבעראל, נישט וועלן צו פארפאסן אזא גאלדענע געלעגענהייט.

דר. בענקאוף האט גאר ברייט ארומגערעדט איבער די קינדער וואס ליידן דערויף, איבער וויאזוי און פארוואס מ'מוז אמאל גיין אויף שטערקערע מאדעצינען טראץ דעם וואס ס'קוקט נישט אויס ווי א שווערע קעיס, און זיך שטארק באצויגן איבער דאס וואקסן פון אזא קינד, אז אפילו עס קוקט אויס ווי עס איז ב"ה נישטא קיינע פראבלעמען דארף מען נאך אלץ גאר שטארק אכט געבן אויף די וואג אין הייעך אז עס זאל נישט פעלן פון די געווענטליכע וואוקס פארן קינד, ווייל דאס מאכט אסאך אויס אויף שפעטערע יארן.

דערנאך זענען אלע דריי דאקטוירים פרעזענטירט געווארן מיט א ספעציעלער פלעק פון עול"ם-JCCSG ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זייערע מעדיצינישע הילף פארן היימישן ציבור, און פארן שטיין צו די רעכטע האנט פון אזא לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע.

הגה"צ רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א, רב היכל התפילה
דער קלימאקס פונעם אווענט איז געוויס געווען די דרשה נפלאה און געוואלדיגע דברי חיזוק פון הגה"צ המפורסם, פה מפיק מרגליות, נואם בחסד עליון, הרב רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א, אב"ד קהל היכל התפילה – בארא פארק, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור באטייליגטע מיט א "תורה'דיגן און פראקטישן בליק" אויף אזא מצב, דער חשובער רב שליט"א האט עלעקטעריזירט די באטייליגטע, שילדערנדיג וויאזוי עס דארף - אין דארף נישט - אפעקטירן דעם מענטשנ'ס לעבן על כל אורך הדרך.
בין הדברים האט דער חשוב'ער רב שליט"א ארויסגעברענגט אז "טראץ דעם וואס מיר אלע גייען אדורך אונזערע שווערע צייטן און מיר האבן דעם מחלה, אבער" - האט דער רב אויסגעפירט - "די מחלה דארף אונז נישט האבן! אונזער טאג טעגליכע לעבן דארף אנגיין סיי ווי אזוי", אין מיט פאסיגע משלים שיין אויסגעשמועסט וויאזוי מיט אביסל ריכטיגע מחשבה טוישט זיך דאס לעבן מן הקצה אל הקצה.
די רב אליינס האט זיך שטארק באדאנקט פארן ארגענעזאציע וואס האט אדורכגעבראכן דעם חלק הבושה וואס די באטרעפענדע האבן יארן געהאט און זיך פרעזענדליך באדאנקט פאר די דאקטוירים פארן שטיין צוהילף פונעם ציבור שוין צענדליגע יארן בכלל און פארן אנטייל נעמען אינעם אווענט בפרט.

דריי דאקטוירים פאנעל
דערנאך איז פארגעקומען די העכסט אונטערסאנטע פאנעל מיט די דריי דאקטוירים, ווי ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פאר די דאקטוירים פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און די דאקטוירים האבן איינס ביי איינס דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען.

*

גרויס דאנק איז אויסגערופן געווארן פאר די בארימטע "מאימאנעדיס מעדיקאל סענטער" וואס האבן מנדב געווען א גרויס חלק פון די קאסטן, וואס דאס איז בנוסף וואס זיי שטייען צו הילף פארן ציבור סיי מיטן שפיטאל און לעצטענס גאר שטארק מיט זייער אינפיוזשאן סענטער אויב ספעלט אויס צו נעמען די מעדעצינען אויף אן אייווי פארמאט, און מיטן הילף פונעם עול"ם ארגענעזאציע זענען די פארוואלטער פונעם שפיטאל אנטקעגן געקומען די באטרעפענדע מיט סיי וואספארא הילף ס'איז מעגליך .

אזוי אויך האט מען זיך באדאנקט פאר די אלוועלטליכע CCFA  (קראונס-קאלייטעס פאנדעישאן אף אמעריקע) ארגעניזאציע, אין בפרט די ניו יארקע טשאפטער וואס שטייט כסדר צו הילף צו די ארגענעזאציע.

אינצווישן האט מען דערמאנט לטובה דעם דאקטער ר' יהושע (דזשעפרי) בן-צבי ז"ל וואס האט אויפגעטרעטן ביים ערשטן אווענט פונעם ארגענעזאציע און פון דעמאלטס איז ער אייביג געשטאנען צו הילף פונעם ארגענעזאציע מיט סיי וואס ער האט געקענט, בעצה ותשועה, צו מ'האט דריגענד געדארפט האבן א דאקטער, וכדו', וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן אין א אינגער עלטער.

*

דער היימישער ציבור איז העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און וואונטשט זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס אדער זיך אנצושליסן אינעם "סופפארט גרופע" צו ארויפצוגיין אויף די מעילינג ליסטע קען מען אריינרופן סיי ווען אויף 718-635-2274 אדער Info@JCCSG.org אייער נאמען קען בלייבן אנאנים!

ותשועה ברוב יועץ.

No comments:

Post a Comment