StatCounter



Thursday, April 2, 2015

א וועג צו פארמיידן: נייע שטודיע איבער קראונס/קאלייטיס

עול"ם-JCCSG שטעלט זיך צוזאם מיט‏ מאונט סיני שפיטאל אין א נייע
​​
 שטודיע פאר קראונס און קאלייטיס, האפענדיג צו טרעפן א רפוא
​​ה

אווענטן איבער דעם שטודיע וועלן אפגעהאלטן ווערן אין אלע חרדישע געגענ‏טער אין די קומענדיגע וואכן - ערשטע צוזאמקום  
​​
וועט פארקומען זינטאג בחוקותי אין מאנסי

מיט גרויס אינטערעסע האבן די ליידענדע פון קראונס דיזיס און אלסעראטיוו קאלייטיס, צוזאמען מיט זייערע משפחות, אויפגענומען די פאזעטיווע נייעס אז די בארימטע דאקטוירים, די וועלט ריזן אינעם געסטרא פעלד, פון די באקאנטע מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק האבן זיך יעצט אריינגעלייגט מיט אן ערענסקייט צו דערגיין פארוואס ס'דא אזויפיל מענטש‏ן וואס ליידן אויף קראונס און קאלייטיס, ספעציעל אחינו בני ישראל. גלייכצייטיג, זעהן וואס מ'קען טוהן אפצוהאלטן פון עס באקומען, ספעציעל זייערע קינדער צו אנדערע געשוויסטער, משפחה מיטגלידער פון באטרעפענדע., און האפענטליך איינמאל פאר אלעמאל אויפקומען מיט א גענצליכע היילונג בעזהשי"ת פאר די וואס ליידן שוין דערפון.

​וואס איז קראונס/קאלייטיס?

וואס קראונס איז, איז שוין באשריבן געווארן עטליכע מאל, ספעציעל נאך די סוקסעספולע פארגאנגענע זעקס צוזאמקומען וואס זענען אראנדזשירט געווארן דורכן ארגענעזאציע "עול"ם" (ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים) צו ווי ס'איז באקאנט אין די אלגעמיינע וועלט אלס JCCSG (דזשואיש קראונס און קאלייטיס סופפארט גרופ).

אין קורצן, די דיסארדער ‏וואס רופט זיך "קראונס דיזיס/קאלייטיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז גורם אז די קושקע/פארדייאונגס-סיסטעם פונעם מענטש באקומט אן אינפלימאציע, ביי קראונס קען דאס זיין אויף סיי וואספארא חלק פון די פארדייאונגס ליניע, און ביי קאלייטיס איז דאס דייקא אויפן גרויסן קישקע. די סיפמטאמען זענען ממש די זעלבע, די דיאגנאזן זענען זייער ענדליך, און אפילו די מעדעצינען און חלקי הרפואה זענען געווענדליך גלייך.

"אינפלאמאטארי באוועל דיזיס", וואס איז דער שם הכולל פאר קראונס און קאלייטיס, איז ס'ערשטע מאל באשטעטיגט געווארן דורך דזשאַוואַני באַטיסטאַ מאָרגאַגני, און שפעטער אין יאר 1913 דורך א סקאַטישע דאקטער טי קעננעדי דאַלזיעל. אין יאר 1904 איז דאס באטיטעלט געווארן דורך א פוילישער כירורג אנטאני לעסניאווסקי אלס "איליאייטעס טערמינאלס". אריבער ‎דריי און אכציג יאר צוריק, אין יאר 1932 האט דר. בורריל קראון פון מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק צוזאמען מיט צוויי אנדערע דאקטוירים לעאן גינזבורג און גארדאן אפפענהיימער דיאגנאזירט פערצן קעיסעס, און האבן דאס  ‏איבערגעגעבן פארן אמעריקאנעם מעדיקל אסאסיעישאן אונטערן נאמען "טערמינאל איליאייטעס - א נייע קלינישע ענטיטי",  דערנאך האבן זיי פאבליצירט א בוך איבער דעם פראבלעם, ווי זיי רופן דאס אן "רידזשענעל איליאייטעס". דר. קראון איז געווארן זייער פאפולער, זייענדיג דער ערשטער הויפט געסטראאינטעראלאדזשיסט אין מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק, און מ'איז געקומען צו אים פון איבעראל זיך אדורך רעדן איבער דעם נייעם קרענק, אריינגערעכנט אין יאר 1956 ווען דער דעמאלטסדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אייזענהאוער האט געליטן אויף קראונס און איז אדורך אן אפעראציע, און טאקע צוליב זיין וויסענשאפט און ארבייט איבער דעם דיזיס האט מען עס אנגעהויבן צו רופן "קראונס" על שמו, און אזוי איז דאס היינט באקאנט.

​שטודיעס איבער קראונס/קאלייטיס

וואס עס ברענגט דערצו אז איינער זאל באקומען קראונס, איז נאך א מיסטריעזע זאך, די גרעסטע ספעציליסטן און דאקטוירים זענען דורכאויס די יארן געזיצן און פרובירט אויפצוקומען מיטן סיבה, מ'האט טאקע געמאכט אסאך פארשריט דורך די יארן און שטודיעס, אבער קיינמאל נישט צוגעטראפן די פונקטליכע סיבה, און ליידער צוליב דעם איז נאכנישט דא קיין רפואה אויך נישט, אלעס וואס די דאקטוירים געבן איז נאר מעדעצינען וואס קאנטראלירט דעם אינפלימאציע, אבער נישט קיין היילונג.

וואס זיי האבן אבער יא געזעהן דורך מעדעצינישע און וועלטליכע שטודיעס,  אז ס'דא עטליכע "דזשינס" וואס קראונס פאציענטן האבן, און ס'איז דא דערפון א מיאריטעט אין די אידישע אשכנזישע פאלק, מערסטענס וואס קומען פון אייראפע. געוויסע ‏(מער עלטערע) שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי אין אלגעמיין ביי אנדערע עטענישע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס צו אפילו מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע. ‎(און פארדעם איז קראונס היינט מער באקאנט ביי דאקטוירים אלס א אידישע מחלה ה"י).

אין די לעצטערע פאר יאר, האט עול"ם פרובירט אריינצונעמען אידישע פאציענטן אין געוויסע קלענערע שטודיעס, האפענדיג אז מיט דעם וועט מען אביסל קלארער ווערן, און אפשר אפילו אפשאקלן דעם סטעמפל פון "עס איז א אידישע קרענק!". ווען אין פאקט זענען דא איבער 1.6 מיליאן מענטשן אין די פאראייניגטע שטאטן וואס ליידן אויף קראונס/קאלייטעס, און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די מיאריטעט זענען אידן.. און טאקע ווי די דאקטוירים געבן איבער זענען זיי אסאך נענטער געווארן דורכן אידענטעפעצירן ‏געוויסע דזשינס אז דאס איז עס. 

​די איצטיגע שטודיע "א וועג צו פארמיידן"

די ריסורטשער גלייבן היינט אז ס'איז א געוויסע " גאט פלארא באקטיריע" וואס סיי טריגערט דעם חלק צו ווערן דיאגנאזירט, און סיי מ'קען אפילו פאראויסזעהן צו ווער ס'האט דאס באקטיריע האט א שטערקערע שאנס צו ווערן אפעקטירט. אזוי אויך האבן זיי אן אויג אויף געוויסע מיקראבן וואס דאס איז מסתמה א שטארקע אורזאך פונעם פראבלעם.‏ 

דאס צו באשטעטיגן דארף מען נאך מאכן אסאך ריסורטש, סיי אויף מענטשן וואס זענען אפעקטירט מיט קראונס/קאלייטעס, און סיי אויף זייערע נאנטע פאמיליע וואס ב"ה ליידן נישט דערויף, אזוי האפן זיי צו קענען אינדעטעפעצירן דעם סיבה פארוואס דער האט דאס יא באקומען, און די געשוויסטער נישט.

דעריבער האט די נייע פארברייטערטע "אינפלאמאטארי באוועל דיזיס" צענטער אין מאונט סיני שפיטאל מיט די צוזאמארבייט פון כמעט אלע דאקטוירים וואס האבן טאקע זייערע פריוואטע אפיסעס אבער זענען אנגעשלאסן אין די מאונט סיני שפיטאל נעץ געעפענט א נייע שטודיע "א וועג צו פארמיידן" צו דערגיין מער ווי אזוי מ'קען פארמיידן דעם קרענק.

אדורך צו גיין די שטודיע איז קריטיש וויכטיג, סיי פאר די אפעקטירטע, וואס האפענטליך מיטן טרעפן דעם פראבלעם וועט דאס נעמען צום נעקסטן שטאפל אז מ'וועט אי"ה אויפקומען מיט א גענצליכע היילונג, און סיי פאר די משפחה, וואס די דאקטוירים גלייבן אז מיטן וויסן פון פאראויס אז איינער האט די באקטיריע צו מיקראבן וועלן זיי קענען אפהאלטן פון ווערן אפעקטירט מיט קראונס/קאלייטעס.

די שטודיע איז א גרינגע, זיי בעטן נאר אביסל בלוט, און שפייאכטץ פון סיי די וואס האבן קראונס און קאלייטיס, און סיי פון זייערע בלוט-פאמיליע‏. ווי מער משפחות עס נעמען אנטייל אינעם שטודיע, אלס גרעסער זענען די שאנסן אויפצוקומען מיטן לעזונג. 

​עול"ם ווערט אקטיוו אינעם שטודיע - אווענטן ווערן אראנדזשירט

צוצוקומען צום אידישן פאלק, האבן די ריסורטשערס און דאקטוירים פון מאונט סיני שפיטאל זיך פארבינדן מיט 'עול"ם' און פארופן א זיצונג אדורכצושמיעסן וויאזוי צוצוגיין צום שטודיע ביים היימישן עולם, ביים מיטונג האט מאונט סיני קלאר געמאכט אז זיי ווילן אז די 'עול"ם' ארגענעזאציע זאל ווערן א שותף אין דעם שטודיע, דארטן זענען געזיצן פון די גרעסטע דאקטוירים פון מאונט סיני, וואס אגב, א חלק פון זיי האבן שוין אנטייל גענומען און אויפגעטרעטן ביי די פארגאנגענע אווענטן אראנדזשירט דורך 'עול"ם', און ארבייטן האנט ביי האנט גרינגער צו מאכן און סערווירן דעם היימישן ציבור מיט געטריישאפט. עול"ם איז דערנאך געזיצן מיט רבנים און דיינים (ספעציעל מיט הרבנים הגאונים וואס האבן קראונס/קאלייטעס, אדער אין די משפחה) און מיט אנדערע עסקנים אינעם מעדיקל פעלד, און דן געווען די מעלות און חסרונות פון אזא שטודיע, למעשה האט מען איינגעזעהן אז דאס קען נאר‏ ארויסהעלפן סיי די אפעקטירטע, און סיי האפענטליך אפהאלטן פון זייערע געשוויסטער דאס צו קריגן און מ'האט באשלאסן זיך אנצושליסן אינעם שטודיע און ארבייטן האנט ביי האנט מיט די ריסורטשערס און דאקטוירים. 

די ערשטע זאך האט 'עול"ם' גענומען אויף זיך צו אראנדזשירן א פרישע סעריע פון אויפקלערונג אווענטן, ווי די בארימטע דאקטוירים וועלן אראפקומען צו אויפטרעטן און פארשטיין געבן מער פרטים איבער דעם שטודיע, זיי וועלן איבערגעבן ווי מ'האלט שוין, און אויף וואס מ'קוקט ארויס. די אווענטן וועלן אפגעהאלטן ווערן אין די נאנטע וואכן, אין עטליכע פלעצער ווי עס איז באוואוינט מיטן היימישן ציבור.

די ערשטע אווענט וועט אי"ה פארקומען זינטאג פרשת בחוקותי, אין מאנסי, ניו יארק, מיטן ציל צוזאמצונעמען אחב"י פון די מאנסי, קרית יואל און שיכון סקווירא געגענטער, וואס וועט גלייכצייטיג אויך דינען אלס דער ערשטער אווענט פון עול"ם אין מאנסי, נאך די געוואלדיגע סוקסעסן אין וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל.

אין א בריוו געשיקט צו עול"ם, ווענדן זיך די דאקטוירים צום ציבור, ווי זיי בעטן זיך ביי די אשכנזי'שע אפשטאמיגע אנטייל צו נעמען אין דעם וויכטיגן שטודיע‏, און זיי ארויסהעלפן אז זיי זאלן אונז קענען העלפן (זעהט בייגעלייגט).

פאר די אלע וואס קענען נישט אדער זענען נישט באקוועם אנטייל צו נעמען אין אזא אווענט, ווענדן זיך די עסקנים פון 'עול"ם', ביטע רופט אונז אן און נעמט אנטייל אינעם שטודיע. ווי פארשטענדליך בלייבט אלעס אין שטרענגסטן געהיים‏.

מ'קען זיך פארבינדן מיט סייוואספארא פראגע, אדער זיך אנטראגן אנטייל צו נעמען אינעם שטודיע, רופענדיג 718-635-2274 אדער Info@JCCSG.org 



No comments:

Post a Comment