StatCounter



Friday, April 24, 2015

באשרייבונג איבער דר. עיגאס ז"ל - אינטערוויו אויף קול מבשר‎



די וואך מיטוואך איז נפטר געווארן א גאר וועלט בארימטע דאקטער, ר' שאול גרשון (ב"ר שמואל חיים) עיגאס ז"ל, באקאנט ביי אונז אלע אלס
Dr. Saul Agus
אין עלטער פון 72 יאר.

דר. עיגאס איז געווען א גאר בארימטע געסטרא-אינטעראלאדזשיסט דאקטאר, סערווירענדיג פאציענטן וואס ליידן בעיקר אויף די מחלות "קראונס" און "קאלייטעס". אבער אזוי אויך געווען א יחיד מומחה במלוא מובן המילא אין סיי וואספארא הינזיכט וואס עס האט געהאט מיטן מאגן/קישקעס.

דר. עיגאס האט געדינט אלס א געסטרא דאקטער אינעם בארימטן מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק, פאר אריבער "45" יאר!!! און די לעצטע יאר-צוויי פלעגט ער קומען קיין וויליאמסבורג קיין פארקעיר מעדיקעל צענטער ווי ער פלעגט זעהן פאציענטן וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו צאלן די פרייזן וואס מ'צאלט אויף פינפט'ע עוועניו אין מאנהעטן ווי זיין פריוואטע אפיס איז געווען.

דר. עיגאס איז געווען א שומר תורה ומצות און האט פיין געקענט לערנען. ער פלעגט זייער אסאך רעדן מיט זיינע פאציענטן אין גמרא.. געדאווענט האט ער אין ביהמ"ד אהבת תורה, אין ענגעלוואד ניו דזשערסי, ווי ער האט געוואוינט.‏

ספעציעל נאנט איז ער געווען מיט אסאך רבנים ואדמורי"ם, גדולי התורה, וואס פלעגן זיך קומען אינטערזיכן ביי אים, ער האט זיי אפגעגעבן געוואלדיגע דרך ארץ און רעספעקט, און אלע האבן אים געשעצט.‏

‏דר. עיגאס האט זיך איבערגעגעבן פאר זיינע פאציענטן פיר-און-צוואנציג שעה א טאג, סיי מיטן קער נעמען פון זיי, מ'האט אים געקענט רופן סיי ווען און איז אייביג דא געווען ארויסצוהעלפן א צווייטע איד, און זייער אסאך מאל האט ער זיך ממש צוריסן מיטן זיך ארומשפילן מיט מעדעצינען, אלעס צו מאכן א פאציענט גרינגער, טראץ דעם וואס אנדערע דאקטוירים פלעגן זאגן ס'איז א שאד די צייט...


פאר אונז‏‏ 'עול"ם' איז ער א שטארקע פארלוסט, ער איז צו אונז אייביג געשטאנען צו הילף מיט סיי וואס ער האט געקענט, בעצה ותשועה, צו מ'האט דריגענד געדארפט האבן א דאקטער.
ער האט געדארפט אויפטרעטן איבער א יאר צוריק ביי א צוזאמקום, נאר צוליב געוויסע סיבות האט ער זיך געמוזט אפזאגן, מיר האבן אבער געהאפט אז ס'וועט צושטאנד קומען אין אן אנדערע געלעגענהייט...‏

זיין גוט הארץ און געטריישאפט צו אנדערע וועט אייביג געדענקט ווערן.

יהא זכרו ברוך
עס איז דא גאר אינהאלטסרייכע אונטערוויו מיט הרב אלעזר דוד פאללמאן הי"ו, חבר הנהלת עול"ם, אויף קול מבשר 212-444-1100 #114

There is a short interview with Rabbi Eluzer Duvid Follman, JCCSG Board Member, regarding the passing of Dr. Agus OBM, on Kol Mevaser,
212-444-1100, then press 1 - 1 - 4. The Interview is in Yiddish.!

No comments:

Post a Comment